Der Rebe Elimelekh

8 views

Lyrics

אַז דער רבי אלימלך
 איז געוואָרן זײער פֿרײלעך,
 איז געוואָרן זײער פֿרײלעך אלימלך,
 האָט ער אויסגעטאָן די תּפֿילין
 און האָט אָנגעטאָן די ברילן
 און געשיקט נאָך די פֿידלערס די צווײ.
 און די פֿידלדיקע פֿידלערס
 האָבן פֿידלדיק געפֿידלט,
 האָבן פֿידלדיק געפֿידלט האָבן זײ.
 און אַז דער רבי אלימלך
 איז געוואָרן נאָך מער פֿרײלעך,
 איז געוואָרן נאָך מער פֿרײלעך אלימלך,
 האָט ער אָפגעמאָכט הבֿדלה
 מיטן שמשׂ ר' נפֿתּלי
 און געשיקט נאָך די פײַקלערס די צווײ.
 און די פײַקלדיקע פײַקלערס
 האָבן פײַקלדיק געפײַקלט,
 האָבן פײַקלדיק געפײַקלט האָבן זײ.
 און אַז דער רבי אלימלך
 איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿרײלעך,
 איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿרײלעך אלימלך,
 האָט ער אויסגעטאָן דעם קיטל
 און האָט אָנגעטאָן דאָס היטל
 און געשיקט נאָך די צימבלערס די צווײ.
 און די צימבלדיקע צימבלערס
 האָבן צימבלדיק געצימבלט,
 האָבן צימבלדיק געצימבלט האָבן זײ.

Audio Features

Song Details

Duration
03:43
Key
11
Tempo
141 BPM

Share

More Songs by Gevolt

Albums by Gevolt

Similar Songs